Wikipedia 2006 (Static HTML - No images) is on line here! [.7z dumps also available]
Sorry, English version is not working. Please, connect the אינטעליזשענט דעזיין – װיקיפּעדיע

אינטעליזשענט דעזיין

פֿון װיקיפּעדיע

אינטעליזשענט דעזיין (אינטעליגענצע צייכענונג) איז דער באגריף וואס לויטעט אז באשעפענישן פון לעבן אויף די וועלט, איז דאס בעסטע פארשטענדליך דורך גלייבן אין א קלוגער באשעפער. און נישט דורך אן אומדירעקטער עקסידענט פראצעס פון נאטורליכע סעלעקציע.


אנדערשט פון עוואלאשען וואס איז א טעאריע, איז אינטערליזשענט דעזיין א פאקט וואס מ'לאזט זיך נישט אריין אין די ווייטערע העכערע סיבות וואס, ווער און וויאזוי אלעס איז באשאפען. מען באטראכט בלויז די נאטור ביז מ'קומט צום אויספיר וואסערע טיפע דעזיין; גרויסע וואונדערליכע קענטעניסן, און פונקטליכע פלענער עס ליגט אין די נאטור, און דורך דעם איז א ראי' אז ענדלאזע אינטעלעגענציע, און נישט בלינדע אומפאל האט דאס באשאפען.

זיי זענען אפילו גורס די טעאריע פון עוואלאשען, אבער די באשאפונג פון אנפאנג זאגן זיי ליגט מער פון דעם בלינדען פראצעס.

[בעאַרבעטן] קעגנערשאפט

  • עס איז נישט אויסגעהאלטן לויט סייענס.

די רוב סייענטיסטען זאגן אז עס שטימט נישט, און דערווייל זעהט מען נישט קיין פלאן אדער ציל אין באשעפעניש.

  • צוליב די מאטיוו

דערווייל איז דאס נישט קיין אנגענומענע לימוד אין די פובליק שולעס ווייל די רוב אלגעמיינער גוי, אפילו זיי זענען רוב רעליגיעז, האלטן אבער אז דער גאנצער חכמה ווערט געטריבן פון אמונה און רעליגיע, און אנדערשט פון כללית'דיגע סייענס, וואס האט נישט קיין מאטיוו עפעס אנדערשט ווי שטודירן לעבן, רוב סייענטיסטען זענען אפילו רעליגיעז, האבן די אינטליזשענט דעזיין חברה א אינטערעסע צו פארשפרייטן זייער גלויבן אין א גאט וואס זיי זאגן טאקע נישט ארויס בפירוש אבער דאס איז זייער ענד כוונה.

די אינטעליזשענט דעזיין חברה ענטפערן אבער אז די סייענטיסטן זענען בייעסד קעגן אמונה, און זענען נישט מסכים פאר קיין שום פרייז איינצוזעהן אז עס איז דא א באשפער אויף די וועלט אפילו די ראיות צייגן צו דעם ווייל זיי זענען פאנאטשיע אטיעיאיסטען.

[בעאַרבעטן] תורה

ביי אידן ווערט דאס אנגערופן נפלאות הבורא פון דער חובת הלבבות אין שער הבחינה, ביזן רמב"ם און זיין יד החזקה, האבן אראפגעלייגט אלס יסוד אז צו זיין א ערליכע איד איז דאס בעסטער און גרינגסטער וועג דורך די לימוד פון אינטעליזשענט דעזיין. ווייל דאס איז דער שנעלסטער און גרינגסטער וועג צו אמונה.