Wikipedia 2006 (Static HTML - No images) is on line here! [.7z dumps also available]
Sorry, English version is not working. Please, connect the וויסנשאפט – װיקיפּעדיע

וויסנשאפט

פֿון װיקיפּעדיע

װיסנשאַפֿט (העברעיש: מדע. ענגליש: Science) איז די וויסנשאפט פון שטודירן נאטור און דורך א אנגענומענע וועג פון לערנען.

אין אלגעמיין האט וויסנשאפט צו טאן מיט פארשן, ווייל דורכן פארשן דערוווסט מען זיך זאכן. דער וואס פארנעמט זיך מיט וויסנשאפט הייסט א וויסנשאפטלעכער, און דער וואס פארשט הייסט א "פארשער".

עס איז דא צוויי ערליי סיבות פארוואס א מענטש פארשט, איינע קומט פון א נאטירלעכע נייגעריקייט וואס א מענטש אינטרעסירט זיך צו פארשטיין און ארויס האבן ווי יעדע זאך איז צוזאמגעשטעלט, און נאך א סיבה, איז כדי צו אנטוויקלען און אויפצוטאן פאר דער וועלט אין אלערליי ענינים וו.צ.ב.ש. באשאפן נייע מעדיצינען א.א.וו..

עס איז א כסדר'דיגע טוישענדע וועלט און אלעס גייט קודם אויף טעאריעס געבויט אויף פאקטן, ביז עס ווערט אפגעוואנדען פון נייערע פאקטן.

[בעאַרבעטן] קאטעגאריעס פון סייענס

[בעאַרבעטן] סייענס קעגן רעליגיע

רוב סייענס וועלט האלט פון די טעאריע פון עוועלאציע. אבער זענען נאך אלס פונקט אזוי גלויביג אין רעליגיע. אמאל אבער איז דער אלגעמיינער סייענטיסט געווען מער גלויביג ווי די מאסן, ווייל פאר די טעאריע פון עוועלאשען האט מען אלע וואונדער און חסד פון באשעפעניש אנגעהאנגען אין א גוטער קלוגער באשעפער, היינט צוטאגס גלייבן זיי דאס אלס אן עקסידענט דורך עוועלאציע. אזוי ארום האט זיך געשאפן א קאנטער קולטאר פון גאר פרומע עקסטרמע רעליגיעזע וואס גלייבן נאר אין נפלאות הבורא, שער הבחינה אדער ווי מען רופט דאס אן אין ענגליש אינטעליזשענט דעזיין שטרעמונג קעגן די אלגעמיינע סייענס באוועגונג.

די סייענס באוועגונג איז געשטיצט דורך אלע געלטער פון אלע מאדערענע רעגירונג סיסטעמען פון די מידיע, ביז די חינוך אינסטעטוציעס פון קינדערגארטען ביז די גרעסטע פארש צענטערס און אוניווערסיטעטן וואס פאפמפען אריין אין דעם טריליאנען דולער א יאר אויפצוהאלטן דעם טעאריע. לעומת זה זענען די רעליגיעזע חינוך אינסטעטוציעס מאכטלאז קעגן דעם מעכטיגן אפאראט און סשאפט זיך א מציאות אז רוב וועלט נעמט אן די עוועלאשען טעאריע קעגן די אמונה פון א מנהיג ובורא.

די פרומע באשולדיגען די סייענטיסטן אין זיין פאנאטישע פאנדאמענטאליסטן, ווייל מ'זעהט אזויפיל שוועריגקייטן, אויסגערעכענטע טיפע פלענער און וואונדער אין די נאטור אז עס אומעגליך צו זאגן אז דאס בלויז אן עקסידענט פון עוועלוציען. זיי זאגן אז וועגן דעם איז סייענס אזא שטארקע גלויבן, ווייל די אלע סייענטיסטן ווילן זינדיגן ממילא זוכן זיי א ברעינוואשינג אז עס איז נישטא קיין באשעפער און ציל פון די וועלט כדי מען זאל קענען זינדיגן.

און די סייענטיסטען באשולדיגן צוריק די רעליגיעזע פרומע אין קאמפ מיט סייענס אז דאס איז פאנאטיש און פאנדאמעטאליסטיש צו גלייבן אז עפעס א העכערע כוח האט געמאכט די וועלט טרוקן אן קיין טוישונגען בשעת ווען זיי זעהן נישט קיין אנדער טעאריע וואס מ'קען פארשטיין, און דאס אז עס איז וואונדערליך און שווער מיט אומפארענטפערטע פראגעס מאכט נאך נישט אויס טעאריע. און די קעגנער פון סייענס זענען א סכנה פאר די וועלט ווייל זיי ווילן ארויפצווינגען א אומבאזירטע הוילע נישט-סייענטיפישע תירוץ אויף אלע פראגעס.

אין אַנדערע שפראַכן