Wikipedia 2006 (Static HTML - No images) is on line here! [.7z dumps also available]
Sorry, English version is not working. Please, connect the װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל – װיקיפּעדיע

װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל

פֿון װיקיפּעדיע


בילד:Espresso.jpg
דא אין דער אידישער וויקיפעדיע'ס קאווע שטיבל איז דער פלאץ געאייגענט זיך דורך שמועסן, סיי איבער אלגעמיינע ארטיקלען, און סיי איבער פארשלאגן, רעיונות, פאליסיס, פירונגען און אקטועלע, אלעס פון און ארום וויקיפעדיע און איר קהילה.
ביטע היטן אויף דעם אנדערנ'ס כבוד.
פארגעסט נישט זיך אונטערשרייבן.

כדי אָנצופֿאַנגען אַ נײַעם שמועס קוועטשט אַהער

איצטיקער שמועס בלאַטנייער שמועס
2005 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער


אינהאַלט

[בעאַרבעטן] בקשה להוספת מידע

היידיש שלי לא מספיקה לזה. מישהו יכול בבקשה להוסיף לערך על הרב יוסף אפרתי שהוא למד אצל הרב חיים יעקב גולדוויכט בישיבת כרם ביבנה? אם אפשר לכתוב שבאותה תקופה, בחוברת הדרכה שכתב לתנועת עזרא (תשל"ג) הוא מתייחס להיתר המכירה בצורה מאוזנת "אסור לזלזל ברבנים המתירים" (ציטוט לא מדוייק), עמדה שאינני בטוח שהוא מחזיק בה כיום. תודה, DGtal 22:07, 5 פעברואר 2008 (UTC)

געטאן--יודל 12:44, 10 פעברואר 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] נײַע פּרעפֿערענצן אין מעדיעװיקי


זײַט מוחל און געבט אַ קוק צו די פּרעפֿערענצן פֿון אַנדערע װיקיס. אַ דאַנק אין פֿאָרױס
‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬ 22:13, 6 פעברואר 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] טעכנישע פּרוּװ פֿון דער אַקטועלער זײַט

XHTML 1.0

CSS

‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬ 16:36, 6 פעברואר 2008 (UTC)


[בעאַרבעטן] די פארהוילענע מלחמה ארכיווען

גייענדיג צום דרוק: איז אנגעקומען די נייעס, אז קוים יעצט האבען 'אלע' עלעף לענדער פונעם 'רויטן קרייץ' פאראייניגונג, אונטערגעשריבן דעם הסכמה, אז מ'זאל שוין מעגן ארויסגעבן די אזוי פארלאנגטע אינפארמאציע און ארכיווען אינהאלט, פונעם צווייטן וועלטס קריג, וואס איז געליגען ביז היינט פארשפארט אין 'באד-אראלסאן' דייטשלאנד. צום נייעם יאר 2008, איז געעפענט געווארן א ספעציעלע אפיס, דורך די וועלטליכע 'האלאקאויסט מוזיאום אפדענק, ווי מ'קען אריינשיקן א פארעם דעקרעט, מיט שאלות און פרטים, און מ'וועט אלעס נאכקומען מיט די פריש געקומענע אינפארמאציע, וואס קען זייער אסאך דעקן, אפצוזוכען קרובים [וויפיל ס'איז נאך שייך..] און נאך פילע היסטארישע פארשונגען און ידיעות. צובאקומען אזא פארעם, קען מען רופן דעם נומער: 001-866-912-4385 אדער עלעקטאראניש: www.ushmm.org/its און בקרוב וועט מען קענען 'אליין' נישטערן אין די ריזן זאמלונג פון אינפארמאציע, ווען עס וועט ווערן מסודר און צוגעשטעלט פאסיג פארדעם צוועק, ווי די מוזיאום ארבייטער שטרענגען זיך אן דאס אנצויאגען בשלימות, דאס שפעטסטע ביז יאר 2010. - א זאמלונג פון אריבער 'צען מיליאן' בילדער - אליינס! אויסער די פילע קאפיעס פון דאקומענטן און ליסטעס, און אויספירליכע שילדערונגען, פון די טראנספארטן, לאגערן, און פילע אנדערע אקציעס, ווי א קלארע אינדעקס פון אלע נעמען – פון די קרוב צו אכטצען מיליאן קרבנות, וועט זיין די שליסל צו יעדענס אינפארמאציע. די מוזיאום פאכלייט, גרייטן אן פארן דארשטיגער ציבור, א לעקטראנישער סיסטעם, וואס וועט אנטהאלטן - פינעף און צוואנציג שפראכן! ווי מ'וועט קענען ארויסשעפען דאס מערסטע אינפארמאציע וואס איז מעגליך, פונעם מאלטי ריזן אינפארמאציע זאמלונג פון כאטשיג ווען. - צודעם, פארמאגען זיי א ריזן רייהע פון צוגעלייגטע היסטאריע זאמלונגען, פון אריבער 'איין און צוואנציג טויזענט' היסטארישע אינפארמאציע זאמלער'ס, וואס ווערט צוזאמגעשטעלט אין די מוזיאום פארשטעלונג – אינעם נאנטער צוקונפט.

אין דעם געלעגנהייט, וועלן מיר דא ציטירן א בריוו, וואס איינער האט אריינגעשיקט, אזוי פאסיג צודעם געלעגנהייט. לכבוד הקהל הקודש, עס שטערט אונז געפערליך אויפן געוויסן, אז מ'מיינט אז זיי טוהן אונז יעצט א גאנצע טובה, אז זיי עפענען די ארכיווען. - מ'מיינט זיי זענען גוט! ווען מ'האט נישט געמיינט זיי – אמעריקא, זענען זיי געווען ערגער ווי די מזרח לענדער, און נישט געוואלט בשום אופן אריינלאזן אידישע פלטים, נאר זיי צוריקגעשיקט צום קאלעך - אויוון מיטן גרעסטן אכזריות. דאס איז דער סיבה, פארוואס פונקט יעצט ווען רוב רובם פון די שארית הפליטה - די וואס האבן באצאלט דעם 'חבלי משיח' מיט זייער בלוט און פלייש - האבן אונז שוין פארלאזט, פונקט דאן זאל זיך די דעמאקראטישע וועלט דערמאנען, אז, אוי! מיר האבן פארגעסן... עס קומט זיך זיי צו וויסן עפעס וועגן יענע צייטן... בשעת די נאצישע ארכיוון ליגט און שימעלט שוין 60 יאר, טוען זיי אונז יעצט א טובה! ווען 75% פראצענט פון די ווערד דערפון איז שוין אוועקגעפאלן, און זיי "גייען" [נאכאלץ נישט יעצט, נאר 'נאכאביסל'..] אונז עס געבן.. טענקיו! קאנגרעטולאציעס! יא, מיר קענען גיין צום זיידנס קבר, און אים איינמעלדן אז אלע זיינע מיסטעריעס וואס איז אים שווער געווען במשך די יארן זענען געלעזט געווארן... און ער אליינס וועט אונז מער קיינמאל נישט קענען דערציילן און אנטפלעקן 'אונזערע מיסטעריעס' אויף די געפונענע ארכיוון. די אינגע דורות וועלן קוקן אויף די ארכיוון ווי א האן אין בני אדם. שוין! אויך עפעס, א האן איז דא, און א בני אדם איז דא, דארפן מיר דאך דאנקן השי"ת אויף וואס מיר האבן יא. דער געהעריגע ווערסיע פונעם מוזיאם וועט זיך עפענען נאך דעם מאנאט אי"ה, איר קענט שוין אריינגעבן א ריקוועסט אויף אינפארמאציע וואס איר ווילט באקומען דורך אויספילן א פארום. אין צוויי יאר ארום - איז די דעדליין, ווען מיר וועלן קענען 'אליין' נאכזוכען די מיליאנען ארכיוון, און רופן די קוים פארבליבענע 90 יעריגע זיידעס, זיי זאלן אונז זאגען וואס צו זוכען.. מיט גרויס ווייטאג ב.ח.א. און ש.ג.א -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער ששון וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן. 02:15, 10 פעברואר 2008

שרייבסט טאקע זייער שיין. וויקיפעדיע איז אין פאקט אן ענציקלאפעדיע דאס הייסט אז מען קען שרייבן זייער קורצע און טרוקענע ארטיקלען. די ארטיקלען פאסט מען צו צו א באשטימטער טאמע, און יעדער איינער קען דערנאך רעדאקטירן און ענדערן (פארבעסערן) דיין ארטיקל. מען מוז אפילו נישט זיין קיין שרייבער אפ צו שרייבן אין וויקיפעדיע. עס איז כדאי זאלסט א קוק טאן אין װיקיפּעדיע:נייטראל וועגן מער אינפארמאציע. לויט דיין ארטיקל זעט אויס אז דו פארמאגסט א סך היסטארישע וויסונגען, וויקיפעדיע זוכט מיט ליכט אזעלכע באניצער. כאפ א בליק אויף דעם צווייטן וועלטס קריג ארטיקל און זע וואס דו קענסט דארט פארבעסערן אא"וו. ברוכים הבאים צו דער יידישער וויקיפעדיע. ►רוני◄ 07:26, 10 פעברואר 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] יידישע וויקיפעדיע געשטיגן

א דאנק דער ארבעט פון די באניצערס דא, איז די יידישע וויקיפעדיע געשטיגן און איז אצינד די יידישע וויקיפעדיע די 100טע גרעסטע וויקיפעדיע (מיט 4890 ארטיקלען). --פוילישער 14:41, 6 מארץ 2008 (UTC)

איך מיין טאקע אז ס'שוין געקומען די צייט צו אנפאנגען זארגן אויף דער קוואליטעט און פארברייטערן און פארבעסערן די עקזיסטירטע ארטיקלען. איך האב היינט אנגעהויבן שרייבן ארטיקלען נאכפאלגנדיק די ליסטע איך וויל אייך רעקאמענדירן צו העלפן מיט דער איניציאטיוו. ►רוני◄ 16:18, 6 מארץ 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] Betawiki: better support for your language in MediaWiki

Dear community. I am writing to you to promote a special wiki called Betawiki. This wiki facilitates the localisation (l10n) of the MediaWiki interface. You may have changed many messages here to use your language in the interface, but if you would log in to for example the Japanese language Wiktionary, you would not be able to use the interface as well translated as here. In fact, of 1,736 messages in the core of MediaWiki, 5.99% of the messages have been translated. Betawiki also supports the translation of messages for 126 extensions, with 2,174 messages. Many of them are used in WMF projects and they are vital for understanding the wiki. Currently 0.00% of the WMF extension messages have been translated. Translators for over 90 languages contribute their work to MediaWiki this way every month.

If you wish to contribute to better support of your language in MediaWiki, as well as for many MediaWiki extensions, please visit Betawiki, create an account and request translator privileges. You can see the current status of localisation of your language on MediaWiki.org and do not forget to get in touch with others that may already be working on your language on Betawiki.

If you have any further questions, please let me know on my talk page on Betawiki. We will try and assist you as much as possible, for example by importing all messages from a local wiki for you to start with, if you so desire.

You can also find us on the Freenode IRC network in the channel #mediawiki-i18n where we will be happy to help you get started.

Thank you very much for your attention and I do hope to see some of you on Betawiki soon! Thanks, GerardM@Betawiki

[בעאַרבעטן] The village pump

Could someome be so kind and move my contribution to your "village pump" and also, could someone please add a link to your village pump on meta ? Thanks, GerardM 10:35, 8 מארץ 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] שלום עליכם

ליידער ליידער האט דער באקאנטער צרות מאכער פארטריבן פון דא דעם גאנצן עולם, ס'איז א הארץ ווייטאג צוצוקוקן ווי א לעבעדיגע געשמאקע פלאץ האט אזוי געגליטשט.

ב"ה לעצטענס לאזט ער זיך נישט הערן (איך וויל נישט פורס בשמו זיין, ס'פעלט נישט אויס, ווער ס'ווייסט ווייסט, ווער נישט נישט). קען אפשר זיין אז ס'איז צייט זיך צוריק צוזאמען צונעמען און מאכן דא א געשמאקע פלאץ.

ווער ס'האט נאך קאנטאקטען מיט געוועזענע שרייבער זאל זיי ליידענען, און די אלע געוועזענע שרייבער וואס בליקן נאך אריין מזמן לזמן זאלן זיך לאזן הערן.

לאמיר האפן אז מיר וועלן ביז א קורצע צייט האבן לכה"פ 10 שרייבער, לאמיר אלע טון דאס מערסטע דאס צושטאנד צו ברענגען. --משגיח 21:37, 19 מארץ 2008 (UTC)

    • רוני, פוילישער, איר ארבעט יעצט אויף א ספעציפישע פראיעקט? --משגיח 21:48, 19 מארץ 2008 (UTC)

האלוי? איינער האט מיר געהערט? --משגיח 19:11, 24 מארץ 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] א דאנק …

… אלעמען פארן שטיצן מיין ווערן א סיסאפ. א גוטן שבת! --פוילישער 15:02, 11 אין אַפריל 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] Research Yiddish Wikipedia

Hello, I am busy with a little research about "small" Wikipedias. If you would like to help me and answer some questions, I would be grateful if you send me an e-mail via my user page. --Ziko 17:02, 20 אַפריל 2008 (UTC)

sure i have replied in your inbox, please be sure to contact all 3 other users as well via email user:roiny user:polisher and user:ganglery. thanks so much for your interest and effort to document our project. do not for get to enrich and further detail this article about the [Yiddish Wikipedia http://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_Wikipedia] thanks--יודל 12:41, 22 אַפריל 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] Source for New Yiddish Entries

אויף אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר. "ייִדיש בוך", וואַרשע, 1966.

Please see on my personal page: Shaul 06:45, 3 מײַ 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] Centuries

Hello,

I am sorry, I know nothing about your language but I found something inconsistent while making interwikis about centuries.

There seem to be duplicates for 13th, 16th and 20th centuries.

See: קאַטעגאָריע:יארהונדערט

Regards,

Vargenau 19:10, 5 מײַ 2008 (UTC)

Done. Thanks for the heads up. --פוילישער 12:28, 6 מײַ 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] עפענען וויקיפעדיע אויף דשעי נעט.

נאכדעם וואס יודל האט דא געמאכט א חורבן האט דשעי נעט אפגעשפארט וויקיפעדיע אויף אלע זייערע פילטער'ס.

בשעתו האט זיך אפגעטאן דא וויכוחים וועגן דעם ענין, ס'זענען געווען יחודים מיט יודל בראש (אפשר זענען אלע געווען ניק'ס פון דעם זעלבן וד"ל), וואס האבן גע'טענה'ט אז וויקיפעדיע איז א פרייע זאך ממילא דארף מען האבן אלע שמוציגע ארטיקלען. פון די אנדערע זייט זענען געווען רוב ניק'ס ביי דעם מיינונג אז שמוץ וועט פארטרייבן אלע נארמאלע שרייבער.

די וויכוח איז געגאנגען אויף הויעכע טענער, און יעדער האט זיך געהאלטן ביי זיינס. למעשה שטעלט זיך ארויס אז פון דעם אמאליגען ציבור איז געבליבן איין איינציגער "רוני". און למעשה זענען היינט פארהאן נאר 2 אקטיווע ניקס, רוני און פולישער.

אפשר איז צייט איינצוזען אז די וואס האבן געשריבן און געליינט אונזער וויקי זענען טאקע אלע (כמעט אלע) פרומע און ס'איז צייט אויסצורייניגן אונזער וויקי כדי דשעי נעט זאל דאס צוריק קענען עפענען?

מאכט דעם חשבון אויב דשעי נעט עפענט צוריק, וועט אונזער וויקי צובאקומען צענדליגע אדער אפילו איבער 100 שרייבער.-- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 75.222.77.110 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.

איך מיין אז פון אונזער זייט קען עס זשעי. נעט. עפענען, וויבאלד זשעי. נעט. קען בלאקירן די אלע ארטיקלן וואס זיי גלייכן נישט, נאר ווילאנג יודל פלעגט דא שרייבן האבן זיי געטענהט אז יודל לייגט אריין און אלע ארטיקלן און אין סעציפעל און די נייעס אויף די הויפט זייט זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, אבער איצט איז דער פראבלעם מער נישט דא --טעכניקער 12:50, 11 מײַ 2008 (UTC)
פארגעס, דעי נעט האט בעסער וואס צו טון מיטן טאג ווי איבערליינען גאנץ וויקי און מחליט זיין וואס צו בלאקירן און וואס נישט, בפרט ווען ס'קען קומען איין צודרייטער און צוריק לייגן די שמוץ מיט איין קנעפל, ס'איז די העכסטע צייט אויפצווייזן פאר די באהערדע אין וויקי אז אונזער וויקי איז געגאנגען קראכן זייט יודל האט זיך צולאזט מיט די שמוץ, ס'לוינט זיך אויסצומעקן 30-40 שמוציגע ארטיקלען און לכבוד דעם בויען פרישע 3-4 טויזענט מיט פרישע כוחות פון פרישע שרייבער. איך אליינס געפין זיך נישט באקוועם דא מיט די אלע ארטיקלען. --משגיח 18:22, 11 מײַ 2008 (UTC)
זשעי נעט האט טעכנאלאגיע פאר דעם--טעכניקער 18:36, 11 מײַ 2008 (UTC)
זייער טעכנעלאגיע ארבעט נישט אויף דעם, זייער טעכנעלאגיע ארבעט אויף וועב סייט רעטינגס. האט שוין איינער דא גערעדט מיט זיי? אפשר איז כדי זיי צו רופן און פארהאנדלען? --משגיח 18:48, 11 מײַ 2008 (UTC)
עס פלעגט זיין געבלאקט, מן הסתם ארבעט עס יא, איך קען רעדן צו זיי, לאמיך קודם הערן וואס זיי ווילן --טעכניקער 19:02, 11 מײַ 2008 (UTC)

מאכן דער וויקיפעדיע פרום וועט לכאורה צוברענגען צו איר פארשפארונג. אבער נאר ארויסראמען סעקס וועט גארניט שאטן. ►רוני◄ 03:16, 13 מײַ 2008 (UTC)

איך וואלט זייער שטארק הנאה געהאט צו זען אלע די ערליי ארטיקלען אינדרויסן פון דא (חוץ דעם וואס עס איז "בכלל" נישט אינפארמאטיוו)--איינשטיין 12:29, 13 מײַ 2008 (UTC)
רוני, איך רעדט פון די שמוציגע ארטיקלען פון יודל, וואס מיינסטו מיט מאכן פרום? --משגיח 15:08, 14 מײַ 2008 (UTC)
די שמוציקע ארטיקלען פון יודל דארף מען ארויסראמען גערן, עס איז געשריבן פארגרעבט. ►רוני◄ 17:09, 14 מײַ 2008 (UTC)
ביטע הייב אן די ארבעט, איך נעם אויף מיר צו פארהאנדלען מיט דשעי נעט. --משגיח 21:16, 14 מײַ 2008 (UTC)
איך לייג אריין א מוסטער מוסטער:דשעי נעט פארלאנג, אין אלע ארטיקלען וואס דארפן ווערן געמעקט, רוני אדער פולישער, אפשר גאר ביידע, ביטע נישט ווארטן הייבט אן מעקן. --גארביטש 21:34, 14 מײַ 2008 (UTC) (משגיח)
ביטע נישט מעקן אן קיין וואלן, איך האלט פאר א פשרה זאל מען מאכן אן אריינפיר בלאט צו די ארטיקלן, וואס זשעי נעט וועט קענען גרינג בלאקירן.--טעכניקער 04:42, 15 מײַ 2008 (UTC)


מאכן אזא אריינפיר בלאט מיינט אז יעדע בלאט וואס איז נישט לויט די פארשריפטן פון דשעי נעט וועט געברויכן א ספעציעלע "יו אר על" וואס דאס איז כמעט אומ-מעגליך און ס'קען נעמען חדשים און יארן. איך האב יעצט גערעדט מיט דשעי נעט, זיי זענען מסכים צוריק צו עפענען אונזער סייט מיט 3 תנאים,

1 מען זאל אויסמעקן אלע שמוץ ארטיקלען (מער פריות'דיג מיינט דאס אויסמעקן די ארטיקלן וואס יודל האט געשריבן).

2 די סיסאפס זאלן זיין וואַך און נאכקוקן עדיט'ס צו מאכן זיכער אז קיינער לייג נישט אריין קיין נייע שמוץ.

3 אלע זאכן וואס זענען נוגע חסידישע פאליטיק און ס'הערשט א ערענסטע עדי"ט קריג, זאל האבן עפעס אזוי ווי א מוסטער וואס זאל אונדייטן אז די דיעות רעפלעקטירן נישט די מציאות, נאר דאס זענען די דיעות פון דעם יחיד וואס שרייבט דאס, און סיסאפס זאלן פארשליסן בלעטער אויב די קריג איז צי גרויס. (לכאורה ווילן זיי 3# ווייל בעלי בתים רעדן זיך אפ אז ארבייטער שפילן זיך צו פיל).

ביטע גיבט אפ אייער שטימע. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 75.221.125.150 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.


  1. איך שטיץ נישט נאר איך בין מסכים נאר איך פאדער דאס. ס'איז א ווייטאג צו זען אז מיר האבן קוים 3-4 שרייבער ווען אין הייד פארק פארברענען הונדערטער אינגעלייט גאנצע טעג אויף שטותים. --משגיח 20:54, 15 מײַ 2008 (UTC)
  1. איך שטיץ--איינשטיין 21:35, 15 מײַ 2008 (UTC)
מען דארף מאכן א רשימה פון אלע פראבלעמאטיקע ארטיקלען און מען זאל וויילן פערזענלעך אונטער יעדן ארטיקל. ►רוני◄ 21:40, 15 מײַ 2008 (UTC)
וועסט קיינמאל נישט פערטיג ווערן, מען דארף מאכן קאטעגאריעס, ווי למשל סעקס, אלעס אינטער דעם קעטעגארי דארף ווערן געמעקט. ומכאן אזהרה יוצאות, יודל איז שוין נישט דא ממילא איז נישט דא א סיבה נראה לעין פארוואס מען זאל נישט קענען מאכן סדר דא, ממילא אויב וועט מען אונהייבן אלעס מאכען אויף א ביוראקראטישע אופן וועט מען נישט פערטיג ווערן אדער וועט דאס נעמען חדשים. ס'האט נישט קיין שום זין צו מאכן וואלן פאר יעדע ארטיקל חוץ אויב מען הייבט יעצט אן די וואלן און ס'האלט נישט אן מער ווי א וואך. --משגיח 21:48, 15 מײַ 2008 (UTC)
משגיח, די מאכסט גאנצע אזהרות, אונז האבן שוין געהאט גענוגט געהאט פון יודל, ווער נישט א צווייטע יודל, אויך נוץ נישט זשעי נעט ארויסצוצווינגען וויאזוי די וויקיפעדיע זאל זיך פירן.--טעכניקער 04:48, 16 מײַ 2008 (UTC)
טעכינקער, במקום זאלסט דערהערן וואס איך זאג, גייסטו אריין אין פערזענליכע אטאקעס, (דאס דערמאנט יודל'ס סטייל), די באשיצט אויף יודל'ס ארטיקלען (דאס דערמאנט יודל), די גיבסט אכטונג קיינער זאל נישט "צווינגען" (דאס איז אויך יודל'ס שיטה), וד"ל. אבער צום ענין, זייט דשעי נעט האט געבלאקט וויקי, איז דאס געגאנגען בארג אראפ, היינט איז וויקי א חוזק, יעצט איז דא א געלעגענהייט צוריק צו ברענגען וויקי, צו לכה"פ 100 טעטיגע טעגליכע שרייבער, און פאר עפעס א סיבה פראבירסטו דא מונע צו זיין, וואס באהאלטסטו? --משגיח 18:37, 18 מײַ 2008 (UTC)

בײַ די ארטיקלען וואו דער מוסטער שטייט שוין 7 טעג און קיינער האט זיך נישט דערקעגנט, איז פשט דער קהל שטיצט אויסמעקן. --פוילישער 21:59, 18 מײַ 2008 (UTC)

מען דארף מאכן א קאטעגאריע פאר די מוסטערן, כדי מען זאל קענען זען די אלע פראבלעמאטיקע ארטיקלען און ווארטן נאך זיבן טעג. ►רוני◄ 22:55, 18 מײַ 2008 (UTC)
פאר יעדע ארטיקל וואס מען וויל מעקן מוז מען האבן עקסטערע וואלן, פוילישער ביטע מעקט נישט אין דער וועלט אריין.--טעכניקער 13:14, 22 מײַ 2008 (UTC)
טעכניקער, די ביסט א זאקען פאפעט פון יודל, אדער ביסטו אן ארויני וואס האט א אינטערעסע אז וויקי זאל בלייבן פארשפארט אויף דשעי נעט כדי צו געבן א אויבערהאנט פאר די ארוינישע אידישע וועלט. זייט'ס מיר אלע געזינט אין שטארק. משגיח איז א פארגאנגענהייט. --משגיח 22:12, 22 מײַ 2008 (UTC)
מען מאכט וואלן אויף א באשטימטער צייט, און אין א וואך ארום פירט מען אויס. אויב קיינער וויילט ניט וועט מען אויך מעקן. איך בין מציע צו זאלסט מאכן א קאטעגאריע צום דזשיי-נעט מוסטער, און שטעלן וואלן אויף דער גאנצער קאטעגאריע אינעם פארלאמענט. אבער מען קען ניט סתם נעמען מעקן. אדער קען מען מאכן וואלן צי מען זאל מעקן אלע יודלס ארטיקלען, אבער דאס מיין איך וועט ניט אריבערגיין, כאטש וואס איך וועל לכאורה שטימען. ►רוני◄ 22:33, 22 מײַ 2008 (UTC)

[בעאַרבעטן] קאנאדע

וואס האלט דער עולם צי קאנאדע איז א גוטער ארטיקל? אויב נאך נישט, אפשר קענען מיר ארבעטן צוזאמען צו מאכן אים א גוטן ארטיקל. --פוילישער 22:19, 20 מײַ 2008 (UTC)